דער דענישער ערפינדער און שעפער פיטער מעדסען איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע אויף די באשולדיגונג אז ער האט אומגעברענגט די אידישע זשורנאליסטקע קים וואל, דורכאויס איר וויילן אין א סומבארין וואס ער האט געבויט צו האבן מיט אים אן אינטערוויו.

די געשיכטע האט אויפגעשטורעמט דענמארק און גענאסן פון ברייטע דעקונג איבער די וועלט, נאכדעם וואס מען האט געזוכט די זשורנאליסטקע פאר לאנגע וואכן איז איר קערפער איז געפונען געווארן אין וואסער און די פארדאכט איז געפאלן אויף פיטער מעדסאן. מעדסאן לייקנט אז ער האט איר אומגעברענגט נאר זאגט אז ער האט ארויסגעווארפן איר קערפער נאכדעם וואס זי איז אומגעקומען פון אן עקסידענט.

דער ריכטער האט היינט אפגעווארפן די טענות פון מעדסאן און האט געאורטיילט אז ער איז שולדיג אין מארד און אים צוגעטיילט לעבנסלענגליכע טורמע, און האט עס אנגערופן א ״צינישע און געפלאנטע מארד״ און אז ער האט איינגעשטימט צו געבן דעם אינטערוויו מיט׳ן פלאן איר צו אומברענגען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל