ניו יארק – דער קאנסערוואטיווער און פרא-טראמפ קאמענטאטאר שאן העניטי האט זיך נעכטן געטראפן אין הייס וואסער, נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען אז ער איז א קליענט פונעם קאנטראווערסיאלן לויער מייקל קאהן, וועלכער האט אויך פרעזידענט טראמפ אלס א קליענט. די נייעס איז אפירגעקומען ביי א הירינג וואו קאהן האט פרובירט צו איבערצייגן א פעדעראלן געריכט אז פראקורארן זאלן נישט מעגן אריינקוקן און נוצן דאקומענטן און באווייזן וואס די עף-בי-איי האט קאנפיסקירט ביי אן איבערפאל אויף קאהן'ס אפיס און היים, וויבאלד די דאקומענטן אנטהאלטן אינפארמאציע פון זיינע קליענטן און דאס איז באשיצט צוליב "לויער-קליענט פריוויליגיע". דער פאקט אז העניטי האט גענוצט דעם זעלבן לויער ווי טראמפ, האט געברענגט פארשידענע שפעקולאציעס, אבער העניטי לייקנט די גאנצע זאך, זאגנדיג בלויז אז ער האט געהאט געציילטע פריוואטע געשפרעכן מיט קאהן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל