מישיגען – א באריכט אין "יו-עס-עי טודעי" ברענגט ארויס, אז ריטעיל שיפינג קאסטן איבער'ן לאנד שטייגן זייער הויך, און א הויפט פאקטאר דערין איז די רעאליטעט אז עס זענען דא ווייניג טראק דרייווערס. דער באריכט ברענגט נאך פון עטליכע גרויסע ריטעיל פירמעס און שיפינג פירמעס זייערע סטאטיסטיקס איבער וויפיל טראק דרייווערס זיי דארפן און וויפיל זיי האבן, און עס שטעלט זיך ארויס אז עס זענען דא 51 טויזנט אפענע פאזיציעס פאר טראק דרייווערס, און אויף יאר 021' וועט דער ציפער שטייגן צו הונדערט טויזנט אפענע פאזיציעס. טראקינג אינדוסטריע עקספערטן זאגן אז דער מאנגל איז צוליב דעם וואס שווערע פעדעראלע רעגולאציעס, איבער וויפיל שטונדן מען מעג דרייוון אין א צי, האט געברענגט אז פילע זאלן פארלירן אינטערעסע אנצונעמען אזעלכע דזשאבס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל