דער איראקער מיליטער האט געמאלדן אז זיי האבן געעפנט אן אפעראציע צו באקעמפן רעשטלעך פון אייסיס קעמפער אין סיריע ביים גרעניץ מיט איראק, דער איראקער פרעמיער מיניסטער האט געזאגט אז ער האט פארארדנט די מיליטער צו דורכפירן לופט באמבאדירונגען אין סיריע אין די מדבר געגענט ווי די אייסיס קעמפער פרובירן זיך צו רע-ארגאניזירן און קענען שטעלן א פרישע געפאר פאר איראק וואס האט מיט עטליכע חדשים צוריק דערקלערט זיג נאכ׳ן גענצליך אויסראטן די טעראר גרופע פון לאנד.

אין אנדערע נייעס האט די סיריער מיליטער היינט אפגעצייכנט א שטארקע זיג ווען איבער 1,500 רעבעלען קעמפער האבן אפציעלע קאפיטולירט אין די שטאט דומייער נעבן דמשק, אונטער אן אפמאך מיט די סיריער מיליטער האבן זיי אויפגעגעבן זייערע וואפן און זענען ערלויבט געווארן צו פארלאזן דעם שטאט אינאיינעם מיט זייערע פאמיליעס און זיך אריבערציען צום רעבעלן-קאנטראלירטע ראיאן אין דרום סיריע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל