וואשינגטאן – דער יוסטיץ דעפארטמענט'ס אינספעקטאר דזשענעראל, האט נעכטן געשיקט א מעמא צו די יוסטיץ דעפארטמענט פירערשאפט, שרייבנדיג אז ער רעקאמענדירט קרימינאלע קלאגעס קעגן געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר ענדרו מעקעיב, איבער ליגנט זאגן פאר פעדעראלע אויספארשער. מעקעיב איז ארויסגעווארפן געווארן דורך טראמפ איבער די ליגנטס, און אויב וועט ער אנגעקלאגט ווערן, וועט עס טאקע זיין א שטארקער סימבאלישער זיג פאר טראמפ. אין זייטיגע שאקירנדע קאמענטארן, האט דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי, אויך עמיצער וועמען טראמפ האט ארויסגעווארפן, געזאגט נעכטן אין אן אינטערוויו, אז אויב וועט טאקע זיין א קרימינאלע פראצעס קעגן מעקעיב, וועט ער מעגליך אויפטרעטן אלס עדות קעגן מעקעיב – טראץ וואס זיי זענען לאנגע יארן געווען קאלעגעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל