מאנטרעאל – א קוויבעקער לעגיסלאטור מיטגליד האט צוריקגעצויגן, נאכדעם וואס ער האט קריטיקירט א קאלעגע וועלכער איז געקומען אנגעטאן מיט א יארמולקע פארגאנגענע וואך. דער אידישער לעגיסלאטור מיטגליד דעיוויד בירנבוים איז פארגאנגענע וואך געקומען איין טאג מיט א יארמולקע אויפ'ן קאפ אינעם פארלאמענט אין קוויבעק, קאנאדע, און דער פאליטישאן זשאן פראנסוא ליסעי האט זיך אויפגעשטעלט און קריטיקירט בירנבוים, זאגנדיג אז ער האט מעגליך פארלעצט א רעגולאציע וועלכע ערלויבט נישט קיין פאליטישע סימבאלן אינעם פארלאמענט. מען האט למעשה מסביר געווען פאר ליסעי אז א יארמולקע איז נישט קיין פאליטישער סימבאל, נאר א רעליגיעזער אנצוג, האט ער דעריבער נעכטן צוריקגעצויגן פון זיין קריטיק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל