באריכטן פון אונגארן ווייסן צו דערציילן אז דער טרויעריג-בארימטער שונא ישראל און חורבן לייקענער, גערד האנזיק, איז געשטארבן אין זיין היים אין אונגארן. ער איז אלט געווען 76 יאר.

האנזיק האט זיך בארימט געמאכט אין די זעכציגער יארן צוליב זיין טיילנעמען אין רעכטע גוואלדטאטן אין וויען, וואו ער האט זיך שפעטער אנגעשלאסן אין דער ראדיקאל-רעכטער ען-די-פי פארטיי, וואס איז למעשה ארויסגעטראגן געווארן פון געזעץ.

דער שונא ישראל, וועלכער האט געמאכט א קאריערע פון העצן קעגן אידן און פארלייקענען דעם האלאקאוסט, איז עטליכע מאל געפונען געווארן שולדיג דורכ'ן עסטרייכישן געריכט, אבער האט רוב מאל באוויזן צו אנטלויפן פון לאנד.

האנזיק האט אין לויף פון פופצן יאר זיך אויפגעהאלטן אין שפאניע, וועלכע האט אנטזאגט אים ארויסצוגעבן צו עסטרייך, וויבאלד חורבן לייקענונג איז נישט אומגעזעצליך אין שפאניע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל