דייטשלאנד – אן אנטיסעמיטישע אטאקע וואס האט נעכטן פאסירט אין בערלין, דייטשלאנד, איז פארוואנדלט געווארן אין אן אינטערנאציאנאלע געשיכטע, נאכדעם וואס עס האט געברענגט א זעלטענע שנעלע רעאקציע פונעם דייטשן קאנצלער אנגעלע מערקעל. דער אינצידענט האט פאסירט - ווי שוין נעכטן באריכטעט - ווען דריי פארשוינען זענען איבערגעפאלן צוויי מענטשן מיט יארמולקעס אויף די קעפ, שלאגנדיג איינעם גאר ברוטאל מיט א לעדערנעם פאסיק, פון וואס יענער האט געליטן ערנסטע יסורים.

קאנצלער מערקעל האט שארף פארדאמט די אטאקע, אבער די געשיכטע איז געווארן גאר אינטערעסאנט, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צוויי זענען בכלל נישט געווען קיין אידן, און איינער איז גאר געווען אן איזראעלישער אראבער. די צוויי זאגן אז זיי האבן זיך אנגעקליידט מיט יארמולקעס, וועלנדיג טאקע זען וואס ס'פאסירט צו אידן וואס גייען ארום אפענערהייט אלס אידן אין בערלין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל