פון טישטוך

…זארג זיך נישט אלעס וועט זיין גוט… דער באשעפער האט דיך ליב וויאזוי דו ביסט… אידישקייט איז נישט קיין בער, עס איז פיו"ר לא"וו… דער בארדיטשובער רב וואלט דיך זיכער ארומגעהאג"ט… וכו' וכו'

דאס איז די שפראך צו וואס מיר אידן אידן אין תשע"ח זענען געוואוינט צו הערן, יא, די אלע זאכן זענען טאקע אמת ויציב, אבער… א גרויסער אבער, כדי צו פארשטיין פשט אין וואס איך וויל דא ארויסברענגען וועלן מיר מוזן צוריקגיין צו די תש"ס-ס"ט עפאכע ווען די וועלט איז נאך געווען עטוואס מער תמימות'דיג און ריין.

בילד



אין יענע צייט איז געווען א וועלט פונקט ווי היינט, אלעס איז געפארן רואיג און נארמאל, עס איז שוין געווען קארן, עס איז שוין אויך געווען טעלעפאנ'ס, עס איז שוין אפילו באשטאנען טעכנאלאגיע כאטש נישט אויף אזוי ווייט ווי היינט, און עס זענען שוין אויך געווען בעלי משפיעים, אבער דעמאלטס זענען נאך רוב בעלי משפיעים געווען תוכנ'דיג און זיך געמאסטן די רייד, זיי האבן זיך געפירט ווי מ'זאגט פאליטיקע"ל קארעק"ט און געהיטן אויף וואס זיי האבן געגעבן צו הערן דעם פובליקום, עס זענען אויך שוין ליידער געווען דאן פראבלעמען דא און דארט, עס זענען שוין געווען אפגעפארענע און האלב אפגעפארענע, אבער איין זאך איז נאך דאן נישט באשטאנען וואס דאס איז געווען א גרויסע זאך וואס מיר האבן היינט פארלוירן.

עס זענען נאך דאן נישט געווען אזויפיל בעלי דרשנים און משפיעים פון אלע מאסן און אלע קאלירן, עס זענען נאכנישט באשטאנען אזויפיל בתי מדרשים און כוללי חצות, עס איז נישט געווען אזויפיל קונטרסים און ספרים מיט קאלירפולע דעקלעך און…

עס איז נאכנישט געווען דאן אזוי איינגעריסן די סאציאלע מידיא ביים היימישן ציבור, דאן איז נאך באשטאנען די פלאכע קעסטעלע מיט ברוינע שטריק וואס מען האט גערופן א טעיפ און די גרויסע פושקע מיט די שווער-דרוקנדע קנעפלעך וואס מען האט גערופן טעיפ רעקארדער, דעמאלטס האט נאך ובלכתך בדרך געהאט ביזנעס און אפילו א קאנקורענץ און נישט יעדער חלוץ האט געקענט האלטן פאפולערע דרשות, עס איז נאך דאן נישט געווען א מציאות אז ווער עס האט עפעס מייכנס אין זיינע געדערעם זאל עס קענען אריינפיטערן פון זיין ביה"כ אריין אין די אויערן פון יעדן בחור און אינגערמאן.

וועט איר אוודאי זאגן און פרעגן, וואס איז די פראבלעם? אדרבה עס איז אסאך בעסער אזוי, יעדער איינער וואס שפירט אז ער האט א פוינט קען עס היינט סך שנעלער ארויסזאגן און זיין קול ווערט דערהערט איבער די גאנצע וועלט, אבער עס איז נישט אזוי, אמאל אז איינער האט גערעדט האט מען געוואוסט ווער עס רעדט און וואס ער רעדט, היינט הערט זיך יעדער שטינקער אן מיט יעדן בהמה'ס דיעות און די מוחות ווערן צומישט.

דער פראבלעם איז אבער נישט נאר דאס, עס איז א שילוב פון עטליכע סיבות וועלכע האבן צוגעברענגט אז די מצב זאל זיין וואו עס שטייט היינט, נאך א אורזאך צום חורבן איז ווי פאלגענד.

פאר עטליכע הנדערט יאר צוריק האט געלעבט א גרויסער צדיק רבי נחמן מברסלב זצוק"ל אן אייניקל פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעש"ט הקדוש זיעוכי"א, ער האט אונז אנטפלעקט א נייער דרך אין עבודת ה' וועלכע האט געצייגט אותות ומופתים, בשעתו האט ער נאר פארמאגט אן ענגער צאל פון תלמידים אבער ער האט שוין דאן פארשפראכן אז זיין פייערל וועט טליען ביז משיח'ס טאג און ווי מען זעט היינט ציילט זיך ברסלב היינט אין די צענדליגע טויזנטער, פילע אידן ווערן נתקרב טעגליך צו אידישקייט א דאנק די הפצה וואס זיי מאכן און עס איז ממש א קידוש ה' עס צו צוזען, אבער דא קומען מיר צו צום פראבלעם.

היות רבי נחמן זי"ע האט געשריבן אין זיינע ספרים אז קיין יאוש איז נישט פארהאנען און אז יעדער איד האט זיך זיינע נקודות טובות און אז מען מוז ליב האבן יעדן איד (ספעציעל אין ליקוטי מוהר"ן רפ"ב וואו עס שטייט בפירוש אז מ'מוז ליב האבן אפילו א פושע ישראל ואכמ"ל), האבן מאנכע וועלכע האבן נישט פארשטאנען אדער נישט געוואלט פארשטיין די ליכטיגע דיבורים, גענומען די הייליגע ווערטער און עס אויסגענוצט פאר זייערע אייגענע אינטערעסן, זיי קלעבן זיך אן אויף זיך דער נאמען ברסלב און זיי רעדן וואס זיי ווילן, אנשטאט צו מחזק זיין אידן צו גיין אויפן ריכטיגן וועג זענען זיי גאר מעורר דאס פארקערטע און דאס איז איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מיר שטייען וואו מען שטייט.

לאמיר נעמען צום ביישפיל די נסיון פון טעכנאלאגיע, יעדער ווייסט אז עס איז א קליפה וואס איז נאכנישט באשטאנען זינט ששת ימי בראשית און מען זעט קלאר אז אין די ימות המשיח נעמט דער יצר הרע ארויס זיינע שטערקסטע כלים און ווער ווייסט וואס נאך ער וועט אנברענגען ה"י, אין אלע קהילות האט מען זיך צוזאמגענומען און געשטעלט פעסטע גרעניצן אויף צו זיך האלטן שטארק אין די פגעי הזמן, פארשטייט זיך אז די ערליכע ברסלב'ע חסידים האבן זיך צוגעשטעלט צו די אלע און האלטן אויך איין די אלע תקנות וואס מען האט געשטעלט, אבער די אלע לינקע בעלי משפיעים זענען פארנומען אז עס איז נישט אזוי, די זענען די וועלכע זענען מחזק די וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן און ווילן פארקויפן זייער נשמה צום שטן ל"ע און זיי געבן זיי נאך שטאף כאילו זיי זענען די ריכטיגע אידן!

די איינציגסטע פלאץ וואו א פורש מן הציבור ווערט אקצעפטירט איז ביי אט די דריטע וועלט קלאב"ס מיט זייערע טרויעריג בארימטע משפיעים וועלכע זייען אן כאאס אין די אידישע וועלט, זיי גיבן צו הערן זייערע חברה אז דער עם הנבחר איז נישט די וועלכע שטייען אויף יעדן טאג ותיקין און זענען עוסק בתורה ועבודה אגאנצן טאג, נע, זיי זענען צוקוועטשט און צוריקגעבליבן… נאר מיר די בעלי הסמארטפאונ'ס מיט די שיינע קארס זענען די ריכטיגע אידן וועלכע ווייסן וואס מיר האבן צו טון.

נישט אז א אינגערמאן מיט א שיינע קאר איז קיין איד נישט, אבער ער איז נישט די דוגמא פון א איד וואס לעבט מיט השי"ת, ער איז נישט די געשטעל וואס יעדער איד מוז שטרעבן צו זיין, איי, וואו שטייט אין די תורה אז מ'מעג נישט האבן קיין שיינע קאר?, עס שטייט טאקע נישט אז נישט אבער אז יא שטייט אויך נישט און אז מען מוז זיין א ערליכער איד שטייט יא, פינטל.

א בחור פליט פון ישיבה ווייל מען האט אים געכאפט מיט א סמארטפאון, אין די פריערדיגע יארן וואלט ער באקומען די נויטיגע הילף און צוריק אין ישיבה און פטור אן עסק, היינט, ער פליט פון ישיבה ווייסט מען גראד, ער סעטלט זיך אריין אין א חבורה פון איינע פון די דריטע וועלט בעלי משפיעים מיט די גאלדענע צינגען און ביז א וואך איז די לבוש אראפ און די סמארטפאון קומט ארויס אין די עפנטליכקייט (פארשטייט זיך מיט אן א"יי לא"וו השם סימבאל פון הינטן) און ער קומט דאווענען מיט א קאלירפולן סוועטער און ער איז מסביר פאר יעדן די פיע"ס ענד לא"וו וואס אידישקייט ברענגט מיט זיך…

און פאר די אלע וואס פרעגן יעצט וואס איז די פראבלעם? כאטש קומט ער אין ביהמ"ד, כאטש היט ער שבת (אדער ניין אדער נישט פאר די וואס ווייסן...), מען דארף האבן שכל פון א היפאפאטימאס נישט צו פארשטיין אז טאקע, ער קומט אין ביהמ"ד און ער היט שבת, אבער זיין געדאנקנגאנג איז קרום ווי א גליטשער, ער האלט יעצט זיכער אז אין הימל האג"ט זיך יעדער איינער און אז עס איז נישטא קיין דין און קיין דיין ווייל יעדער איינער טוט וואס ער פילט אז ער איז אין די מדריגה צו טון… און גאט איז נאר אבאו"ט פיע"ס ענ"ד לא"וו, וואס הייסט? ווילט זיך מיר אים פרעגן, דו שוטה ווייסט דען אין וועלכע מדריגה דו ביסט? דער באשעפער האט דיר באשאפן אלס איד און ער פאדערט פון דיר צו היטן ז-ע-ק-ס ה-ו-נ-ד-ע-ר-ט ד-ר-י-י-צ-ן מצוות, לא פחות ולא יותר, נישטא קיין שום סיבה אין די וועלט דאס נישט אויסצופירן ווי עס איז שוין מבואר אין רמב"ם אז ווער עס נעמט נאר אויף זיך 612 מצוות איז א כופר בעיקר, קומט א בחור א טיפש מיט א סמארטפאון וואס איז נאר נעכטן ארויס פון די ווינדלען און אנגעהויבן דרייוון א קאר און גייט קומען מסביר זיין אז ער פילט נאכנישט אז ער איז אויף די מדריגה פון תפילה בציבור (לדוגמא)…

און אויב וועסטו אים זאגן א ווארט ביסטו דער העיטפא"לל פערסא"ן פון וועם ראביי מרעין בישין (א פיקטיווער נאמען) האט גערעדט פאריגע וואך.

נאך א פראבלעם וואס קומט ארויס פון די חברה, עס עפענען זיך בתי מדרשים רעכטס און לינקס וואו מען זינגט און מען מאכט שפאס פונעם דאווענען און עס ווערט א גאנצער ליצנות דערפון, עס איז געווען א וואוילער איד רבי שלמה קארליבאך ז"ל, ער האט באמת מקרב געווען מענטשן צו אידישקייט מיט זיין אייגנארטיגע נגינה באגלייט מיט מעשיות און משלים, ער האט געוואלט אריינברענגען א געשמאק פאר זיינע בעלי תשובות האט ער מיט זיי געזינגען ניגונים ביים דאווענען באגלייט מיט מוזיק, ווילט איר מיר קומען זאגן אז היימישע סאטמארע אינגעלייט וועלכע האבן זיך געווייקט אין קאטשעניא אלע יארן און נישט געוואוסט פון קיינע פראבלעמען חוץ פליען פון קווינס דארפן זיין אויסגעשטעלט צו אזוינע חינגות? ביי די מענטשן פון רבי שלמה'לע ז"ל איז עס געווען אן עלי' אין אידישקייט אבער ביי די חברה איז עס נאר צייכענעס פון פריקת עול, און א ראי' צו דעם האט איר אז ווען ער האט געדאווענט פאר זיך האט ער נישט געזינגען און ווען יא איז עס נאר געווען הייליגע אלטע ניגונים און אן די מוזיק.

זענען געקומען די חברה בעלי דרשנים און זינגערס וועלכע ווייסן נישט בחייכון וביומיכון וויאזוי א פסוק חומש אפצוטייטשן און מאכן א שילוב פון קארליבאך ליבשאפט און הארציגקייט אינאיינעם מיט ברסלב וועלכע איז אויך פיל מיט הארץ און ליבשאפט און געמאכט א שילוב פון דעם, אין די שרייבערישע וועלט וואלט עס א נאמען געקריגן די לאוול"י דזשודעאיז"ם עפאכע, יא, איר זענט הייליג גערעכט, אידישקייט איז ליבליך אבער נישט ווען מען היט עס אפ למחצה ולשליש ולרביע…
פארשטייט זיך אז מיר דארפן נישט באקומען דעם מעסעזש אז אידישקייט איז א שטעקן אן קיינע גוטע חלקים און מיר זענען נעבעך אויסגעקליבן געווארן צו זיין די שלעק פאר כביכול חלילה, אבער מיר מוזן וויסן אז כדי אידישקייט זאל האבן א גוטער טעם מוזן מיר איינהאלטן אלע תנאים פון די תורה, עס איז ליבשאפט און שטארקייט אינאיינעם, במידת התפארת וואס דאס איז א שילוב פון חסד און גבורה, אבער ווי האט הרה"ק דער בית אהרן מקארלין זיע"א געזאגט, צופיל חסד איז איז א נואף, צופיל גבורה איז א רוצח, מען מוז זיין בתפארת און אט די בעלי משפיעים זענען פארנומען נאר במידת החסד און מען זעט ליידער די פירות דערפון ה"י.

עס איז זיכער אז עס זענען דא מאנכע וועלכע מיינען באמת גוט, די אלע טעטיגע אינגעלייט וועלכע עפענען ישיבות פאר אזוינע בחורים, די זאך איז אבער אז זיי מיינען נאר גוט, זיי ווייסן נישט גוט… ווען זיי זאלן נאר וויסן אז מיט אביסל אמת'ע אויפקלערונג וואלטן די פראבלעמען שטארק רעדוצירט געווארן און ווען זיי וואלטן ווען מער מסביר געווען די בחורים די אמת'ע זיסקייט און גוטער טעם פון זיין אפגעהיטן און ערליך און די טעם וואס קומט דאן וואלטן זיי אסאך אסאך מער אויפגעטון.

דער עיקר איז נישט אויסצומישן צווישן אידישקייט און באקוועמליכקייט, אידישקייט קען זיין באקוועם אבער מוז נישט זיין באקוועם, מיר זענען מחויב צו היטן די תורה ווייל ברוך ה' מיר זענען אן אויסדערוועלט פאלק, עס איז נישט אפציענאל וואס מען וויל און וואס מען קען היטן חלילה.

ניין, מען קומט נישט דא בארעדן און אטאקירן קיינעם פערזענליך נאר אז עס טוט וויי שרייט מען, און ווי האט יענער צוגעלייגט אז ווען מ'שרייט שוין נישט איז א סימן אז ס'טוט שוין נישט וויי, ווילאנג די מיל מאכט נאך קולות איז א סימן אז עס ארבעט… לאמיר האפן אז ד'רוילעם וועט פארשטיין דעם מעסעזש און מיט אביסל קלוגשאפט און געדולד קען מען בעז"ה מאכן גרויסע טוישן.

און זאל נישט יעצט קומען קיין נאר און זאגן מי שמך לאיש ווייל ווילאנג א זאך איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה איז עס א מצוה להתעסק בו.

הצלחה אידן!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל