לאנדאן – דאס ווייסע הויז האט נעכטן געמאלדן, אז פרעזידענט טראמפ וועט אפהאלטן א באזוך אין ענגלאנד קומענדיגן יולי 13, וואס דאס וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס ער פארט אהין אלס פרעזידענט. דער באזוך וועט קומען מער ווי איינס און א האלב יאר נאך טראמפ'ס איינשווערונג, וואס דערווייל האט ער נאכנישט באזוכט אין ענגלאנד, טיילווייז אלס רעזולטאט פון דעם וואס מיליאנען בריטישע בירגער האבן אונטערגעשריבן פעטיציעס אים צו בלאקירן פון אריינקומען, און אויך זענען פארשפראכן געווארן מאסיווע פראטעסטן אויב קומט ער באזוכן. טראמפ האט געזאלט פארן קיין ענגלאנד אין פעברואר, אבער ער האט עס אפגעשטופט, און יעצט וועט ער ענדליך פארן, פאר זיצונגען און געשפרעכן מיט פרעמיער מיניסטארשע מעי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל