דמשק – סירישע טרופן האבן נעכטן אונטערגענומען א פרישן אינטענסיוון קאמפיין ארום און ארום דעם פאלעסטינער "יארמוק פליטים לאגער" וועלכע איז סטאנציאנירט אין דרום פון דער הויפטשטאט דמשק. שוין צוויי וואכן פלאגט זיך דאס אסאד מיליטער צוריקצוכאפן דעם ראיאן, וועלכע איז דערווייל טיילווייז אונטער קאנטראל פון אייסיס און טיילווייז אונטער קאנטראל פון אנטי-אסאד רעבעלן גרופעס, אבער דערווייל מיט ווייניג ערפאלג, און יעצט האפט דאס אסאד מיליטער אז זי וועט באווייזן צו פארכאפן קאנטראל פונעם ראיאן אין די קומענדיגע צוויי טעג. די אסאד רעגירונג זאגט אז דער פאלעסטינער יארמוק קעמפ איז אנגעפילט מיט אייסיס טעראריסטן וועלכע באהאלטן זיך דארטן, אבער אקטיוויסטן זאגן אז עס געפינען זיך דארט אויך ארום צוויי טויזנט אומשולדיגע ציווילע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל