פערציג רעפובליקאנער און דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן גערופן די אמעריקאנער רעגירונג צו קויפן פון מדינת ישראל דעם 'כיפת הברזל' (Iron Dome) פאר'ן אמעריקאנער מיליטער.

די קאנגרעסלייט ווילן אז די פעדעראלע רעגירונג זאל ווידמען 500-מיליאן דאלאר אינעם מיליטערישן בודזשעט פאר'ן קומענדיגן יאר איינצוקויפן דעם סיסטעם לטובת דער ארמיי.

דער אנטי-ראקעט סיסטעם, אנטוויקלט דורך צוויי מדינת ישראל פירמעס, ווערט באטראכט ווי דער אפעקטיווסטער אנטי-ראקעט סיסטעם איבער דער וועלט, און אין א צייט ווען דאס אמעריקאנער מיליטער איז אקטיוו אין פארשידענע ערטער איבער דער וועלט וואו די געפאר פון אטאקירט ווערן דורך אזעלכע ראקעטס זענען איז גרויס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל