דשעראום העמאן האט געקריגן זיין ערשטע פנים טראנספלאנט צוריק אין 2010, נאכדעם וואס ער איז געשעדיגט געווארן אין האט פארלוירן זיין פנים, די אפעראציע איז געווען א סוקסעס אבער אין 2016 האט ער געקריגן א פארקילעכץ, און די אנטי-ביאטיק האט געברענגט דערצו אז זיין אימיון סיסטעם האט אויסגעשפיגן זיין פנים וועלכע די מעדיצין האט באטראכט ווי א פרעמדע אריינדרינגער.

דער פאציענט איז די וואך באפרייט געווארן פון שפיטאל נאכ׳ן דארט וויילן די לעצטע יאר ביז ווען די דאקטוירים האבן געפונען א פאסיגע פנים צו טראנספלאנטירן, און עס איז באצייכנט געווארן אלס א סוקסעס.

פנים טראנספלאנטן זענען א רעלאטיוו פרישע דורכברוך אין די מעדיצינישע וועלט, און איז דאס ערשטע מאל דורכגעפירט געווארן אין 2010 אין פראנקרייך, העמאן איז דער ערשטער מענטש וואס איז אריבער אזא אפעראציע צוויי מאל. 

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל