נאך 7.5 מאנאטן זיך ארומקריגן אויף קאפיטאל היל, האבן די סענאטארן ענדליך געשטימט 50-49 צו באשטעטיגען פרעזידענט טראמפ'ס אויסוואל דזשים בריידענסטין אלס די קומענדיגע נאסא אַדמיניסטראַטאָר.

די דעמאקראטן זענען געווען שארף אקעגן בריידענסטין, צוליב דעם וואס ער האט נישט געגלייבט אינגאנצן אין גלאובעל ווארעמונג, זאגענדיג אז מ'דארף נאך פארשן צו זעהן ווי ווייט קלימאט טויש איז טאקע א מציאות, און וויפיהל מענטשן זענען די גורם. אויך האבן זיי אים נישט ליב געהאט, ווייל ער האט נישט ארויסגעוויזן גענוג שטיצע פאר די תועבה גרופעס, מיטן זאגן אז ס'איז נאך פארהאן מענטשן אין אמעריקע וואס רעספעקטירן מאראלישע ווירדן.

ס'איז צום האפן אז ער וועט קענען ארויספירן נאסא פון די אבסעסיע איבער גלאובעל ווארעמינג, און אנשטאט זיך פארלייגן אויף ספעיס עקספלארציעס. און אזוי אויך זיך אפגעבן מיט פרישע אויפטרעפונגען אין סייענס, און נישט זיין פארנומען מיט פאליטישע אגענדעס ווי דייווערסיטי א.ד.ג.

פון זאכליך

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל