מאנהעטן – ניו יארק סיטי איינוואוינער זאגן אז זיי זענען דערשראקן צו פארן מיט'ן סאבוועי, צוליב עטליכע לעצטיגע אינצידענטן. איין אזא אינצידענט האט פאסירט פאריגן מיטוואך, ווען א פארשוין איז אריינגעקומען אין דער פולטאן סטריט סטאנציע, און אנגעצונדן א פאר שוועבלעך ביי דער בודקע וואו מ'קען קויפן טיקעטס, פרובירנדיג אונטערצוצינדן א פייער. א צווייטע אינצידענט האט פאסירט מיט א וואך צוריק, ווען א הונט האט ווילד אטאקירט א פאסאזשיר אויף א סאבוועי באן, און אין דער זעלבער נאכט האט אויסגעבראכן א קריגעריי צווישן א טראמפ שטיצער און א צווייטן, אויף א סאבוועי באן אין מאנהעטן.

סיטי טראנזיט באאמטע זאגן אז זיי וועלן אונטערנעמען אן אויספארשונג איבער די פארשידענע אינצידענטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל