וואשינגטאן – די וועלכע טוען אינעם אנליין פארקויף אינדוסטריע דארפן מיטהאלטן א גאר וויכטיגן קעיס וועלכע וועט זיך היינט אנהייבן אינעם העכסטן סופרים קאורט אין לאנד, וואו דער סופרים קאורט וועט דעצידירן צי סטעיטס האבן א רעכט צו צווינגען אנליין פארקויפער, וועלכע זענען באזירט אין אן אנדערע סטעיט, ארויפצושטעלן זייערע סטעיט סעילס שטייערן אויף פראדוקטן. אין יאר 1992 האט דער סופרים קאורט געלאזט הערן אז סטעיטס קענען דאס נישט טאן, אורטיילנדיג דעמאלט אז א סטעיט קען נאר צווינגען א ביזנעס צו זאמלען סטעיט סעילס שטייערן אויב זיי האבן א פיזישע אנוועזנהייט אין דער ספעציפישער סטעיט. סאוט דעקאטע שלאגט זיך מיט עטליכע גרויסע אנליין ביזנעסער איבער דעם, און די ארטיגע סטעיט באאמטע האבן אריינגעטראגן דעם געפעכט צום סופרים קאורט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל