אין רעאקציע צו סטראשונקעס פון איראן וועגן אטאקירן תל אביב, האט פארטיידיגונגס מיניסטער אביגדור ליבערמאן דערקלערט אז אויב זאל איראן אויספירן איר דראאונג, וועט מדינת ישראל באמבארדירן טעהראן.

דורכאויס דעם געשפרעך, וואס ליבערמאן האט אפגעהאלטן מיט א סאודישער צייטונג אין לאנדאן, האט ער געזאגט אז מדינת ישראל וועט אין אזא פאל אטאקירן אלע איראנער צילן אין סיריע און אפילו טעהראן, "אפגעזען פונעם פרייז וואס דאס וועט קאסטן."

"אויב וועט נישט זיין שטיל אין תל אביב און מדינת ישראל, וועט נישט זיין שטיל אין טעהראן," האט ער געזאגט, צוגעבנדיג אז מדינת ישראל איז נישט פאראינטערעסירט אין קיין קאנפליקט מיט קיינעם, אבער וועט טאן אלעס אויף דער וועלט אפצוהאלטן איראן פון דארט אויפשטעלן מיליטערישע איינריכטונגען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל