אין ליכט פון די לעצטע שריט פון די טראמפ אדמינסראציע איבער כינע האט דער כינעזער פרעזידענט טשי געזאגט אז ער זוכט צו איינפירן א רייע רעפארמען וועלכע זאלן פארזיכערן אז זיין לאנד שפילט יושר׳דיג אויפ׳ן גלאבלאן האנדלס פלאטפארמע, דאס רעכנט אריין נידערן אימפארט שטייערן און ערלויבן מער אימפארט אריין קיין כינע.

די סטעיטמענט פונעם כינעזער פרעזידענט איז א באדייטנדע זיג פאר פרעזידענט טראמפ וועלכער האט גענוצט א קאמבינאציע פון דראאונגען און חנופה צו דרוקן כינע צום וואנט איבער איר אומבאלאנסירטע עקאנאמישע פאליסיס, און איבער די פאקט אז זי לייגט ארויף א שווערע שטייער אויף אמעריקאנער קארס אין די צייט וואס קארס ווערן אימפארטירט פון כינע קיין אמעריקע מיט א נישטיגע שטייער.

טשי האט פארשפראכן צו עפענען די כינזעזער עקאנאמיע פאר אינוועסטירונגען און נידערן די קאר אימפארט שטייערן און ארבייטן מיט אמעריקע צו פארמיידן א האנדלס קריג. און אזוי אויך געבן מער פרייהייט פאר אמעריקאנער בענק און פינאנציעלע אינסטיטוציעס צו אפערירן אין כינע. די נייעס האט געהאט א פאזיטיווע עפעקט אויף די גלאבאלע מארקעטס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל