פלארידע – דער פארשוין וועלכער האט דורכגעפירט די שיסעריי אין דער פארקלענד שולע, מיט זיבעצן פאטאליטעטן, זאגט אז ער וויל פארטיילן זיין ירושה פאר די וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פון דער שיסעריי. לויערס פאר'ן שיסער ניקאלעס קרוז האבן נעכטן געזאגט אין געריכט, אז ווען קרוז'ס מוטער איז געשטארבן פארלאפענעם נאוועמבער, האט זי איבערגעלאזט אזויפיל ווי אכט הונדערט טויזנט דאלאר אין א טראסט, און ווי נאר קרוז ווערט 22 יאר אלט, וועט ער לעגאל זיין פעליג דאס צו באקומען. למעשה זאגט דער לויער, אז קרוז וויל נישט געניסן פון דעם געלט, נאר ער וויל אז די געלטער זאל פארטיילט ווערן פאר די פאמיליעס פון די אומגעקומענע, און פאר די פילע פארוואונדעטע סטודענטן. ווי עקספערטן זאגן, טוט דאס דער לויער צו ערוועקן רחמנות ביים געריכט, נישט ארויסצוגעבן צו א הארבן אורטייל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל