וואשינגטאן – א גרופע קאנגרעסלייט וועט אויפברענגען א נייעם געזעץ, אוועקצושטעלן א פאנד וועלכע וועט פארטיילן געלטער פאר שולעס איבער'ן לאנד, צו לערנען מיט די קינדער איבערן האלאקאוסט. דער ״נעווער עגעין עדזשוקעישאן עקט״ איז אויפגעברענגט געווארן דורכ'ן ניו יארקער קאנגרעס מיטגליד קעראליין מעלאני, און האט די שטיצע פון א גרופע רעפובליקאנער און דעמאקראטישע קאנגרעסלייט. דאס געזעץ רופט אוועקצושטעלן א באורד פון 12 מיטגלידער, וועלכע וועלן זיין באאויפטראגט צו פארטיילן די געלטער פאר סקולס וועלכע זענען אינטערעסירט צו לערנען מיט די קינדער איבערן האלאקאוסט, מיט'ן ציל אז דאס זאל נישט פארגעסן ווערן ביים אמעריקאנער יוגנט.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל