די פאזיציע פון דעם פעדעראלן ענווייראמענטאל פראטעקשאן אגענטור פירער, סקאט פרואיט, איז געווארן פיל ווייניגער פארזיכערט אין לויף פון די יום טוב טעג. פרואיט ווערט באשולדיגט אין א סעריע מיסברויכן, אנגעהויבן פון דעם אז ער האט געלאזט אן אנטי-ענווייראמענטאל לאביאיסט אים געבן אומדירעקט שוחד, דורכדעם וואס יענער האט אים פארדינגען א שלאפצימער פאר שפאט-ביליג, און געענדיגט ביי דעם אז ער האט געגעבן געהאלט-העכערונגען פאר זיינע נאענטסטע ראטגעבער, טראץ וואס דאס ווייסע הויז האט נישט געוואלט באשטעטיגן די העכערונגען. טראמפ אליינס פארטיידיגט פרואיט, אבער ווייסע הויז באאמטע זאגן אז מען פירט דורך אן איבערזיכט און מ'וועט זען וואס צו טאן.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל