דער יאפאנעזער פרעמיער מינסטער לאזט זיך היינט ארויס פון יאפאן קיין אמעריקע פאר א זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ, אבער אינדערהיים איז ער פארוויקלט אין א רייע סקאנדאלן וואס שאפט א עפנטליכע פראטעסט און אויפברויז קעגן אים. לעצטע אנקעטעס צייגן אז זיין צופרידנהייט ראטע אין יאפאן שטייט ביי ארום 26% און פילע אין זיין אייגענע פארטיי רופן פאר זיין רעזיגנאציע. ביי א פראטעסט היינט פארנט פון זיין היים האבן זיך באטייליגט איבער 50,000 בירגער וועלכע האבן גערופן פאר זיין באלדיגע רעזיגנאציע. ער ווערט באשולדיגט אין געבן פראטעקציע פאר זיינע פאמיליע מיטגלידער אין רעגירונגס פארקויפן און דיעל׳ס, א באשולדיגונג וועלכע ער לייקנט אפ קאטעגארישע אבער האט שטארק געשאדט פאר זיין פאפולאריטעט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל