פיניקס – דער גאווערנאר פון אריזאנע האט געמאלדן, אז ער האט דערגרייכט א דיעל צו הייבן די וועידזשעס פון די טיטשערס מיט צוואנציג פראצענט, האפנדיג אז דאס וועט ברענגען אן ענדע צו די אנגייענדיגע פראטעסטן און סטרייקס פון די הונדערטער טיטשערס איבער דער סטעיט. פרייטאג איז געווען דער צווייטער טאג פון דעם טיטשערס סטרייק אין אריזאנע, און גאווערנאר דאוג דוסי האט געזאגט אז ער הערט און פארשטייט די טענות פון די טיטשערס, און ער ארבעט אויף א לעזונג. אונטער'ן דיעל, וועט געהעכערט ווערן די טיטשערס געהעלטער מיט צוואנציג פראצענט, אנגעהויבן פון יאר 020', אבער דערווייל זאגן די טיטשער גרופעס אז זיי אינדארסירן נישט דעם דיעל, ווייל זיי ווארטן צו הערן מער דעטאלן, און ביז ווילאנג זיי הערן נישט, וועלן די פראטעסטן ווייטער אנגיין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל