אלבאני – שטיקער צעמענט און אנדערע רעסייקלטע מאטעריאל, וועלכע קומט פון דער אלטער טאפאן-זי בריק, וואס לויפט דורך העכער'ן האדסאן ריווער, וועלן נישט גיין פאר סתם קאנסטרוקציע פראיעקטן אדער אין מיסט, נאר זיי וועלן גענוצט ווערן צו בויען אן "ארטיפישעל ריעף" אין די וואסערן נעבן לאנג איילענד. "ריעפס" זענען די נאטורליכע סטרוקטורן פון ביימער און אנדערע מאטעריאלן וואס געפינען זיך אונטער'ן וואסער, וואס די ריעפס העלפן ארויס פישן און אנדערע וואסער באשעפענישן אנצוגיין מיט זייער לעבן און זיך פארמערן. די וואסערן ארום ניו יארק ליידן א מאנגל פון ריעפס, צוליב וואס לאנגע יארן זענען די וואסערן גענוצט געווארן צו דאמפן דערין געפארפולע מיסט, און אוועקצושטעלן מענטשליך-געבויטע ריעפס, קען אויך העלפן אויפלעבן די וואסערן ארום ניו יארק מיט פיש און אנדערע באשעפענישן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל