ברוקלין – די ניו יארק סיטי טראנזיט אויטאריטעטן וועט אנהייבן אויספרובירן איר סאמע ערשטע צוויי שטאקיגע באס. דער באס, וועלכע איז הויך צוועלף פיס און 9 אינטשעס, וועט אנהייבן פארן פון סטעטן איילאנד קיין מאנהעטן אין די קומענדיגע וואכן, און די טראנזיט באאמטע זאגן אז אויב עס איז א סוקסעס, וועט די עם-טי-עי צולייגן נאך אזעלכע צוויי-שטאקיגע באסעס לענגאויס ניו יארק סיטי. עס וועט טאקע זיין אן אינטערעסאנטע זאך צו זען די לאנדאן-סטיל באסעס ארומפארן אין ניו יארק סיטי, אבער עס ווערט אנגעצייכנט אז ס'איז בכלל נישט דאס ערשטע מאל, ווייל די סיטי פלעגט האבן די סארט באסעס אנגעהויבן פון די 1930'ער יארן ביז די 1970'ער יארן, און אויסער דעם עקזיסטירן צוויי-שטאקיגע טוריסטן באסעס וועלכע פארן ארום טעגליך אין מאנהעטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל