א זיבעצן-יעריגער בחור פון ארץ ישראל האט געוואונען דעם אזויגערופענעם 'אינטערנאציאנאלן תנ"ך פארמעסט'.

עזריאל שילאט, פונעם שטעטל 'חצור הגלילית' אינעם גליל, איז ארויסגעקומען דער ערשטער אינעם פארמעסט, וואס ווערט יערליך אפגעהאלטן ארום דער צייט פון יאר.

דער תנ"ך פארהער איז א יערליכע געשעעניש ביי וועלכער אידישע יוגנטליכע פון פערצן ביז אכצן יאר פארמעסטן זיך אין א פארהער איבער זייערע ידיעות אין תנ"ך.

ביי דער לעצטער רונדע פארהערן האט שילאט זיך פארמאסטן מיט די פארבליבענע וואס האבן דורכגעמאכט דעם פארמעסט ביז'ן לעצטן שטאפל, אריינגערעכנט פיר יוגנטליכע פון ארץ ישראל, דריי פון די פאראייניגטע שטאטן, דריי פון מעקסיקאו, צוויי פון אוסטראליע, צוויי פון סאוט אפריקע, איינער פון פאנאמע, און איינער פון ארגענטינע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל