בודאפעסט – נעכטן זענען פארגעקומען נאציאנאלע וואלן אין אונגארן, און ווי ס'האט אויסגעזען פון די ערשטע ציילונגען בשעת'ן שרייבן די שורות, האט דער אמטירנדער פרעמיער מיניסטער פון דער רעכטער פידעזש פארטיי, וויקטאר אורבאן, געוואונען ווידערוויילונג פאר א דריטן טערמין. די פידעזש פארטיי האט ווידעראמאל קאמפיינט מיט די אישו פון אימיגראציע, אנדרייענדיג א פחד און פאניק ביים אונגארישן פאלק איבער'ן פלייץ פון מיטל מזרח אימיגראנטן וועלכע קומען אריין און נעמען איבער דאס לאנד, און אורבאן'ס געווינס באדייט אז אונגארן פארבלייבט ווייטער מיט אן עקסטרעם-רעכטע רעגירונג, כאטש נישט אזוי עקסטרעם ווי די אנטיסעמיטישע דזשאביק פארטיי.

בילד



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל