די ״ניו יארק טיימס״ האט נעכטן אויפגעדעקט, אז אין די טעג פאר די באמבארדירונג אין סיריע איז פארגעקומען א העפטיגע דיסקוסיע צווישן דעם פרעזידענט און פארטיידיגונגס סעקרעטאר דזשים מעטיס איבער די פראגע אויב מען זאל אנבעטן רשות פון קאנגרעס צו דערקלערן קריג, ווי עס פארלאנגט זיך אונטער די קאנסטיטוציע.

דער פרעזידענט האט די רעכט צו דורכפירן באגרעניצטע מיליטערישע מיסיעס, אבער גרעסערע מיליטערישע אפעראציעס פאדערן א קריגס דעקלאראציע פון קאנגרעס, און לויט קוועלער אין די אדמינסטראציע האט פרעזידענט טראמפ נישט געוואלט אריבערגיין דעם פראצעדור אין קאנגרעס, וויבאלד ער האט פארשפראכן אויף טוויטער אז עס וועט זיין אן איבערראשונג.

לויט די קוועלער פון די ״ניו יארק טיימס״ איז די ענדגילטיגע אטאקע געווען א קאמפראמיס צווישן טראמפ און מעטיס, טראמפ האט געוואלט א ברייטערע אקציע און מעטיס האט דאס נישט געוואלט באשטעטיגן אן די גוטהייסונג פון קאנגרעס. א ווארטזאגער פאר׳ן פענטאגאן האט אפגעלייקנט דעם באריכט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל