דער גאווערנאר האט געמאלדן וועגן א פלאן צו פארבאטן איינמאליגע פלאסטיק זעקלעך, וואס ווערן געווענליך געניצט אין געשעפטן איינצופאקן געקויפטע פראדוקטן.

אויב זאל דער פארבאט דורכגעפירט ווערן למעשה, וועלן געשעפטן ווי גראסעריס און ענליכס מער נישט טארן ניצן די סארט פלאסטיק זעקלעך, וואס ווערן על פי רוב אוועקגעווארפן באלד דערנאך.

דער גאווערנאר האט אנגעוויזן אז די בעגס ווערן אוועקגעווארפן און ברענגען גרויס שאדן פאר דעם ענווייראמענט.

זעקלעך פון אנדערע מאטעריאלן, וואס ווערן בדרך כלל איבערגעניצט, וועלן אויסגעשלאסן ווערן פון דעם איסור, אזוי אויך וועלן די פלאסטיק בעגס מעגן געניצט ווערן פאר פרוכט, גרינצייג, און אנדערע אזעלכע פראדוקטן.

מעיאר דעבלאזיא האט מיט א שטיק צייט צוריק אויסגעדריקט זיין שטיצע פאר אזא פלאן.

די דעקלאראציע פון קאומא קומט מיט א טאג נאך דעם וואס זיין הויפט דעמאקראטישע קעגנערין אין די קומענדיגע וואלן, פרוי ניקסאן, האט קריטיקירט דעם גאווערנאר אויף זיינע פאליסיס בשייכות דעם ענווייראמענט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל