נאך לאנגע מאנאטן פון ערווארטונגען איז נעכטן פארגעקומען די היסטארישע סאמיט צווישן די פירער פון די צוויי לענדער אויפ׳ן קארעא האלב-אינזל, און ווי עס שיינט איז די סוקסעס אריבער אלע ערווארטונגען.

ביי די ענדע פונעם סאמיטע האבן ביידע פירער אונטערגעשריבן א פאראייניגטע סטעיטמענט אין וועלכע ביידע זייטן טוען זיך פארפליכטען צו ״אויסרייניגן דעם קארעאר האלב-אינזל פון אלע נוקלעארע וואפן״ ביז די ענדע פון דעם יאר. און זאפארט ענדיגן אלע מיליטערישע מאנעווערעס אויפ׳ן האלב-אינזל.

בילד



פאלגנד איז א קורצע איבערזיכט איבער די אנטוויקלונגען ארום דעם סאמיט:

היסטארישע מאמענט!

די סאמיט האט זיך אנגעהויבן ווען קים יאנג אן האט אריבערגעשפרייזט צופוס דעם גרעניץ צווישן די צוויי לענדער ווי דער פרעזידענט דשעי-אין מאן האט אים אפגעווארט און זיי האבן זיך באגריסט פארנט פון די קאמערעס. דאס איז דאס ערשטע מאל וואס א פירער פון נארט קארעא טרעט איבער דעם גרעניץ.

קים יאנג-אן האט אין א סימבאלישע שריט איינגעלאדענט דעם סאוט קארעאר פרעזידענט צו אריבערשפרייזן מיט אים פאר א מאמענט צוריק צום נארט קארעאר טעראטאריע, און דאן האבן ביידע מארשירט צו א פרעכטיגע מיליטערישע אויפנאמע.

נאכדעם האבן די צוויי פירער אין א סימבאלישע צערעמאניע אינאיינעם איינגעפלאנצט א בוים ביים גרעניץ אלס א צייכן פון שלום און דער נארט קארעא דיקטאטור האט געזאגט פאר׳ן פרעזידענט פון סאוט קארעא ״לאמיר מאכן היסטאריע אינאיינעם, עס איז צייט פאר א פאראייניגטע קארעא״.

די צווי זענען דאן אריבער צום ״שלום הויז״ וועלכע געפונט זיך אויפ׳ן גרעניץ און האבן דארט אפגעהאלטן א באגעגעניש פון א שעה מיט 40 מינוט, אינאיינעם מיט ענגע דעלעגאציעס פון הויכראנגיקע דיפלאמאטן פון ביידע זייטן.

א פרישע קאפיטל!

ביי די ענדע פונעם סאמיט איז באשלאסן געווארן אז פרעזידענט מאָן וועט קומען אויף א ״ביקור גומלין״ קיין צפון קארעא אין די קומענדיגע מאנאטן, און ביידע פירער האבן געגעבן ענטוזיאסטישע סטעיטמענטס אין וועלכע זיי האבן דערקלערט אז די לאנגיעריגע מלחמה איז א פארגאנגנהייט און עס הייבט זיך אן א עפאכע פון שלום.

ביי די ענדע פון זיין באזוך האט קים יאנג-אן אריינגעשריבן אינעם גאסט בוך פונעם שלום הויז ״א פרישע קאפיטל אין היסטאריע פאנגט זיך אן יעצט, אן עפאכע פון שלום וואס וועט טוישן היסטאריע״ און האט דאן געזאגט אז ער האט א וויזיע פון דעם גאנצן אינזל אלס איין פאראייניגטע לאנד וואס לעבט אין פרידן.

אן ענדע צום 50 יעריגן קאנפליקט

אויסער די היסטארישע באדייט פון א פולע אנטוואפענונג פון נארט קארעא האט די סאמיט אויך געברענגט אן ענדע צו א 50 יעריגע קריג צווישן די צוויי לענדער, און שוין ביים ענדע פונעם סאמיט זענען אריין אין קראפט א רייע אפמאכן וועלכע טוישן דעם צושטאנד אינעם ראיאן.

עס איז אפגעמאכט געווארן אז די צוויי זייטן וועלן אויפהערן אלע סימבאלישע אקטיוויטעטן וועלכע טוען אנדייטן אז עס איז פארהאן א קריג, דאס רעכנט אריין דאס אפשטעלן א פראגראם אונטער וועלכע ביידע לענדער האבן געשטעלט הויכהילכער ביים גרעניץ און געווארפן פראפאגאנדע ליפלעטן אריבער דעם גרעניץ.

אזוי אויך איז באשלסן געווארן צו עפענען די ים טעראטאריע ביים גרעניץ פאר פישערלייט פון ביידע לענדער צו קענען כאפן פיש אינעם זעלבן שטח, אפהאלטן פאראייניגטע ספארט און קולטורעלע פארזאמלונגען פאר די בירגער פון ביידע לענדער.

אויסער דעם איז באשלאסן געווארן צו גרינדען א געמיינזאמע קאמיטע פון די צוויי לענדער צו אויפקומען מיט געדאנקן וויאזוי צו פארשטערקען צוריק די פארבינדונג צווישן די צוויי פעלקער וועלכע זענען איין פאלק וועלכע איז צוטיילט געווארן צוליב די בלוטיגע קריג. די קאמיטע וועט זיך אויך באפאסן מיט פאראייניגן פאמיליעס וועלכע זענען צוטיילט געווארן צוליב די קריג.

אמעריקע באגריסט

דאס ווייסע הויז און פרעזידענט טראמפ האבן ווארים באגריסט די אנטוויקלונגען, און געזאגט אז זיי קוקן ארויס אויף די געשפרעכן צווישן קים יאנג-אָן און פרעזידענט טראמפ וועלכע זענען ערווארטעט צו פארקומען קומענדיג יוני, וועלכע וועט זיין דאס ערשטע מאל וואס אן אמעריקאנער פירער טרעפט זיך מיט א פירער פון צפון קארעא.

פרעזידענט טראמפ האט געשריבן אויף טוויטער ״די קריג אין קארעא קומט צו אן ענדע! די אמעריקאנער פאלק קען זיין שטאלץ מיט וואס קומט פאר דארט״ און דאן צוגעלייגט נאך א טוויט ״ביטע נישט פארגעסן די שטארקע הילף וואס מיין גוטע פריינט פרעזידעט טשי פון כינע האט געגעבן אז דאס זאל קענען פאסירן, אן אים וואלט עס געווען א פיל שווערערע און לענגערע פראצעדור״.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל