דער פארלאמענט פונעם אייראפעאישן פאראיין האט דורכגעפירט אן אפשטימונג אויף א געזעץ, וואס וועט פארלאנגען פונעם אי-יו אויפצוהערן שטיצן פאלעסטינער דערציאונגס פראיעקטן וואס פרעדיגן שנאת ישראל.

דער אייראפעאישער פאראיין שיקט כסדר געלט צו דער 'פאלעסטינער אויטאריטעט', וואס דארף גיין צו שטיצן שולעס און דערציאונג.

די לערן-ביכער פון די פאלעסטינער אראבישע שולן אנטהאלטן העצערייען קעגן אידן און מדינת ישראל, און טעראריסטן ווערן דארט רעגלמעסיג אהערגעשטעלט אלס העלדן און מוסטערן.

אויב זאל דאס נייע געזעץ באשטעטיגט ווערן, וועט די אי-יו ווערן מער סעלעקטיוו מיט איר שטיצע און וועט פארלאנגען אז דאס געלט זאל געניצט ווערן בלויז פאר אזעלכע דערציאונגס-פראיעקטן וואס פרעדיגן פרייהייט און טאלעראנץ.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל