די מדינת ישראל פרעסע האט ציטירט הויכראנגיגע קוואלן אין דער רעגירונג, וועלכע האבן געזאגט אז די אטאקע וואס איז נעכטן פארטאגס דורכגעפירט געווארן אויף א סירישער באזע האט געצילט איראנישע קרעפטן, וועלכע האבן געהאלטן אינמיטן אויפבויען א מיליטערישע באזע פאר דער איראנישער 'רעוואלושאנערי גארד'.

הגם מדינת ישראל האט קיינמאל נישט אפיציעל באשטעטיגט אז זי האט דורכגעפירט די אטאקע, איז עס אזוי ברייט אנגענומען און סטעיטמענטס פון הויכראנגיגע באאמטע אין דער ארטיגער רעגירונג, אריינגערעכנט פרעמיער מיניסטער נתני', האבן אנגעדייטעד אז אירע קרעפטן האבן צעשטערט אן איראנישע מיליטערישע אינפאסטרוקטור, וועמענס ציל איז געווען דורכצופירן טעראר און סאבאטאזש אקטן קעגן מדינת ישראל.

צווישן די פערצן אומגעקומענע אין יענער באזע האבן זיך געפונען זיבן איראנישע מיליטערלייט, און איראן האט געדראעט מיט נקמה קעגן מדינת ישראל.

ווי די פרעסע ווייסט צו דערציילן, האט מדינת ישראל איינגעמאלדן פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע איידער'ן דורכפירן די אטאקע.

רוסלאנד האט אויסגעדריקט אויפברויז אויף דעם וואס מדינת ישראל האט זיך נישט פריער דורכגערעדט מיט איר דערוועגן, און דאס אויסערן מיניסטעריום האט געשיקט א פארמעלן פארלאנג צו דער מדינת ישראל אמבאסאדאר צו רוסלאנד אריבערצוקומען רעדן דערוועגן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל