האוואנא – דער ווענעזועלער פרעזידענט, ניקאלעס מאדורא, איז געווען דער סאמע ערשטער וועלט פירער צו באזוכן דעם נייעם פירער אין קובא, מיגועל דיאז-קאנאל, זינט ער איז געווארן פרעזידענט פארגאנגענעם דאנערשטאג, ווען ראאול קאסטרא האט אפגעטרעטן. מאדורא איז געקומען צו פארן קיין קובא, מיט'ן ציל צו גראטולירן דיאז-קאנאל און אויסצושמועסן ווייטערדיגע קאאפעראציע פלענער צווישן די צוויי לענדער.

עס איז ארויסגעברענגט געווארן אז ווענעזועלע, וועלכע פארמאגט איינס פון די וועלט'ס גרעסטע אויל רעזערווארן, האט א דיעל מיט קובא, אין וועלכע זיי פארקויפן פאר קובא אויל, און קובא שטעלט צו מעדיצינישע און אנדערע מאשינען פאר ווענעזועלע. אויסער דעם האט קובא נעכטן געזאגט, אז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט טעלעפאניש גראטולירט דיאז-קאנאל פאר זיין נייעם אמט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל