רוסלאנד האט געליטן א דורכפאל, ווען די אינטערנאציאנאלע כעמישע וואפנס אגענטור האט צוריקגעוויזן אן אנבאט אז רוסלאנד זאל ארויסהעלפן ענגלאנד מיט'ן אויספארשן די פארפעסטיגונג פונעם געוועזענעם שפיאן סערגעי סקריפאל, און למעשה וועט ענגלאנד אליינס אנפירן מיט דער אויספארשונג. מען האט אויך געהערט ווייטערדיגע אפדעיטס איבער'ן געזונט צושטאנד פון סקריפאל און זיין טאכטער, וועלכע ערהוילן זיך ביידע און זענען דערווארט צו קענען פארלאזן דעם שפיטאל אין דער נאענטער צוקונפט. קוועלער אין ענגלאנד זאגן אז מען וויל סקריפאל זאל זיך ציען קיין אמעריקע.

בילד




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל