אין צוזאמהאנג מיט'ן יערליכן האלאקאוסט טאג וואס ווערט היינט אפגעצייכנט איבער דער וועלט, איז פארעפנטליכט געווארן א באזארגנדער באריכט וואס זאגט, אז דאס שטאפל פון שנאת ישראל וואס הערשט היינט איבער אייראפע איז דאס העכסטע וואס איז נאר געווען זינט ערב דעם צווייטן וועלט קריג.

אנטיסעמיטיזם און אנטיסעמיטישע אקטן און אטאקעס האבן זיך באזונדערס געהויבן אין מערב אייראפע, בעיקר אין פראנקרייך און דייטשלאנד, אבער אויך אין אנדערע לענדער.

"דאס אלגעמיינע געפיל ביי אידן איז, אז אנטיסעמיטיזם האט אריינגעטרעטן אין א נייער פאזע און איז ווייט פארשפרייט איבער רוב טיילן פון דער וועלט," האט געזאגט דר. משה קאנטאר, פרעזידענט פון דעם 'אייראפעאישן אידישן קאנגרעס'.

די באנייטע אויפוואכונג פון שנאת ישראל ווערט צום גרויסן טייל צוגעשריבן צו די מיליאנען איסלאמישע איגמיראנטן אין די אי-יו לענדער, ווי אויך דעם עקסטרעמען לינקן לאגער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל