אינעם ערשטן אזא פאל אין דער היסטאריע, וועט די ריזיגע 'רמי לוי' סעלפאן פירמע אין ארץ ישראל אנהייבן היטן שבת.

מעלדנדיג וועגן דעם באשלוס, האט די קאמפאני געזאגט אז די ארבעטערס וועלן מער נישט אריינקומען דורכאויס די שבתים און ימים טובים, און די פירמע וועט אויפנעמען א צאל נישט-אידישע אנגעשטעלטע, וועלכע וועלן ערזעצן די אידישע שטאב-מיטגלידערס דורכאויס די ספעציעלע טעג.

לויט'ן מדינת ישראל געזעץ, מוזן סעלפאן פירמעס צושטעלן קאסטומער סערוויס באדינגונגען זיבן טעג אין וואך, אין פאל פון עמוירדזשענסיס.

אנאליסטן שאצן אז דער שריט וועט העלפן דער פירמע אריינקומען שטארקער אין דעם מארקעט פון שומרי תורה ומצוות, און דערווארטן אנדערע קאמפאניס נאכצומאכן דעם ביישפיל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל