וואשינגטאן – אין אן אומפארטייאישער אפשטימונג, האט דער סענאט יורידישע קאמיטע באשטעטיגט א ביל, וועלכע וועט באשיצן דעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט די רוסלאנד אויספארשונג, אויף א וועג אז פרעזידענט טראמפ זאל אים נישט קענען ארויסווארפן. דער ביל, וואס סענאט פירער מיטש מעקאנעל האט שוין קלארגעשטעלט אז ער וועט עס נישט לאזן אויפגעברענגט ווערן פאר א פולע אפשטימונג אינעם גאנצן סענאט, איז באשטעטיגט געווארן מיט 14 קעגן 7 שטימען, און די רעפובליקאנער סענאטארן טשאק גרעסלי, לינדזי גרעהעם, דזשעף פלעיק און טאם טיליס, האבן געשטימט דערפאר. נעכטן האט מען אויך געהערט פון טראמפ, וועלכער האט געזאגט אז דערווייל וועט ער גארנישט טאן צו שטערן די אויספארשונגען קעגן אים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל