ניו דזשערסי – א נייע געפארפולע סארט טיק פון אזיע איז אנטדעקט געווארן אין ניו דזשערסי. דער טיק, וואס ווערט אנגערופן א ״לאנג הארנד״ טיק, קומט אריגינעל פון אזיע, און איז נאך קיינמאל נישט געזען געווארן אין אמעריקע. מען האט עס געטראפן אין א שעפעלעך פארם אין האנטערדאן קאונטי, ניו דזשערסי, און עס איז זייער מערקווירדיג, וויבאלד די שעפעלע אויף וועלכע מ'האט עס געפונען, איז נאך קיינמאל בכלל נישט געווען אינדרויסן פון אמעריקע, און די געזונטהייט באאמטע פלאגן זיך צו דערגיין וויאזוי דער טיק איז אנגעקומען אהער. די ספעציפישע סארט טיק קען ברענגען א שרעקליכע טויטליכע וויירוס פארשפרייטונג, באקאנט אלס "עס-עף-טי-עס" ה"י.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל