ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז אנטלאפן פון די רוימער צו דער מערה, נאך דעם וואס יענע האבן אויף אים ארויסגעגעבן א טויט-אורטייל, האט דער זון זיך געזארגט וויאזוי זיי וועלן זיך דערנערן זייענדיג דארט אפגעריסן פון דער וועלט און אן דעם וואס עמיצער זאל וויסן וויאזוי אהין אנצוקומען. רבי שמעון האט א קוק געגעבן אויפ'ן זון און רואיג געענטפערט: "זארג נישט. דער וואס גיט לעבן, וועט געבן צו עסן."

א נקודה למעשה

א פראקטישער און ווירקזאמער וועג פאר שפארן געלט איז, אוועקצולייגן וועכנטליך צי חודש'ליך א באשטימטן סכום. ס'קען זיין אזוי ווייניג ווי צען דאלאר און אזוי סך ווי הונדערט. די נקודה איז, אז דאס געלט זאל אוועקגעלייגט ווערן אזוי, אז איר זאלט דערצו נישט האבן קיין גרינגען צוטריט. איר קענט דאס געבן די עלטערן, אריינלייגן אין א פארמאכטער באנק-קאנטע, אדער אפילו אין פארשלאסענעם קעסטל אינדערהיים, וואס פארמאגט בלויז אן עפענונג פון אויבן דורך וועלכן דאס געלט אריינצואווארפן.

יעדער מענטש איז ביכולת צו ווידמען פאר דעם צוועק עפעס. דאס מציאות באווייזט, אז מען לעבט לויט וויפיל געלט מען פארדינט. איז, משל'ט זיך אויס אז אייער געהאלט באטרעפט מיט פופציג (צי צוואנציג) דאלאר ווייניגער ווי דעם ציפער אויפ'ן טשעק. דעם רעשט לייגט אוועק.

בילד



רבי אלעזר האט אויך געוואוסט אז אלעס איז אנגעשריבן פון הימל, און אויב איז זיי באשערט צו לעבן וועלן זיי אויך באקומען דעם מיטל דאס חיות צו דערהאלטן. ער האט אבער אין דער זעלבער צייט אויך געוואוסט, אז דער מענטש איז מחיוב צו מאכן השתדלות. דער אויבערשטער שפייזט, אבער ער פארלאנגט פונעם מענטש צו טאן דאס זייניגע און לאזן דאס איבעריגע צום באשעפער. אזוי, מיט אזא סיסטעם, איז די וועלט באשאפן געווארן. רבי שמעון האט אים טאקע געענטפערט אין דעם זעלבן זין: דער מענטש איז במילא נישט אין קאנטראל פון זיין גורל און דער אויסקום איז נישט קיין דירעקטער לאגישער המשך פון זיינע פעולות. דאס השתדלות איז פשוט א גזירה פונעם הימלישן חשבון, און וואס ס'איז באשערט וועט נאכקומען. די מאס השתדלות וואס דער מענטש איז דערווארטעט צו טאן איז נאר וואס און וויפיל ער קען. מיר, האבן רבי שמעון דערקלערט זיין זון, קענען יעצט נישט מער ווי זיך משתדל זיין צו ראטעווען דאס לעבן. אויב איז אונז ווירקליך באשערט צו בלייבן ביים לעבן, וועלן מיר שוין אויף אן אופן באקומען עסן. אונזער השתדלות ענדיגט זיך מיט'ן זיך גיין באהאלטן. מער ווי דעם קענען מיר נישט טאן, און מיר האבן דערמיט במילא יוצא געווען דעם חוב.

יעדער פון אונז ווייסט אז דער חשבון פון לעבן שטימט בדרך כלל נישט. ביי רוב-רובם מענטשן איז די באלאנץ פון אויסגאבן און איינקונפט זייער נישט גלייך. פארט, יעדער לעבט און יעדער גיט זיך אן עצה. מען קען מאכן אלערליי חשבונות; נאך אלע מעשיות ווייסן מיר, אז דער חשבון פירט זיך פון הימל. אנדערע מענטשן גלייבן עס; מיר זעען עס בחוש. אונזער לעבן קאסט א סך געלט. מיר האבן בליעה"ר קינדער-געבענטשטע משפחות, און דערצו קומט מיט אונזער ארט לעבן א סך הוצאות וואס זענען ביי אנדערע נישטא. די איינקונפטן זענען נישט באזונדערס גרויס, און בכל אופן נישט גרעסער ווי דעם דורכשניט. אזוי איז עס במציאות פאר רוב מענטשן.

א נקודה למעשה

א פופציגער וועכנטליך וועט אייך נאך פופצן יאר געבן נאענט צו פערציג-טויזנט דאלאר. דאס איז גענוג באלעבאטיש חתונה צו מאכן דעם ערשטן קינד. א באקאנטן מיינער האט זיך איינגעשטעלט א מנהג פון אזא פארשלאסן געלט-קעסטל, אין וועלכן ער האט יעדן סוף טאג אריינגעווארפן בלויז די "טשעינדזש"-מטבעות וואס ער האט דעמאלט ביי זיך געהאט. פון דעם געלט האט ער יערליך געדעקט א וואקאציע. ווען זיין עלסטער יונגל איז אלט געווארן צוועלף יאר, האט ער דא און דארט צוגעווארפן דעם קעסטל נאך א דאלאר, און האט פון דעם קעסטל געדעקט די קאסטן פונעם בר מצוה.

אזא מהלך החיים האט מעלות, אפילו אינעם פינאנציעלן זין, ווייל עס העלפט דעם מענטש לעבן מיט א געוויסער מאס בטחון, וואס אנדערע דארפן שווער ארבעטן צו עררייכן. ביי אונז ווערט דאס לעבן לכתחילה אזוי אויסגעשטעלט, אז טייל פונעם פינאנציעלן יסוד באשטייט פון בטחון.

פון דער אנדערער זייט איז אונזער לעבנס-סיסטעם עלוּל צו פירן צו א געוויסער גלייכגילטיגקייט. אויב דער הוצאה-הכנסה חשבון שטימט במילא נישט, קען מען דאך שוין אויסגעבן די לעצטע פרוטה אפילו אויף נישט אזא וויכטיגער אויסגאבע. כ'מיין, אפילו כ'זאל יא שפּאָרן און לעבן מיט א חשבון, וועט דער חשבון במילא נישט שטימען. דער דאלאר-צוויי וועט במילא נישט מאכן די זאך, און די זעלבע השגחה עליונה און חסד השם וואס וועט מיר העלפן פירן די קינדער אין חדר און שפעטער אונטער דער חופה וועט שוין מסדר זיין דעם פינף-דאלארדיגן לאָך אויך.

ס'איז אבער פאלש געלערנט פשט און איז אויך א טעות אין חשבון. דער אויבערשטער פירט טאקע אלע חשבונות; דער רבונו של עולם פארלאנגט אבער דערביי מיר זאלן טאן דאס אונזעריגע. וואס דו מוזט האבן אין לעבן, וועט צו דיר אנקומען. אבער ווארף נישט אוועק דעם פינפער, ווייל ס'וועט במילא נישט מאכן די זאך. יעדע פרוטה וואס ווערט אומריכטיג אדער אומנויטיג פארנוצט, איז א פגם אין דעם השתדלות וואס די השגחה פאדערט פונעם מענטש. באופן למעשה זענען די צוויי, השתדלות און וואס באשערט, נישט אנגעוואנדן איינער אינעם אנדערן. דאס השתדלות האט אבער אין דער זעלבער צייט א קלארן מיין, נעמליך, טו וואס דו קענסט אין ראם פון דיין לעבן און מעגליכקייטן.

 א נקודה למעשה

עס זענען אויך פאראן קלענערס און קלייניגקייטן פאר שפארן. אויב דאס ביהמ"ד וואו איר דאוונט שחרית שטעלט צו קאווע, איז א שאד צו קויפן. א באקאנטער האט מיר דערציילט, אז דורכאויס א גאר שווערער תקופה ווען ער האט זיך געמוטשעט אויסצוקומען מיט'ן נויטיגסטן, האט ער פרובירט ווען נאר מעגליך צו עסן נאכטמאל אדער פרישטאג ביי שמחות פון משפחה און באקאנטע וואו ער איז פארבעטן געווארן אבער וואלט אנדערשווי נישט געגאנגען צו דער סעודה. צום סוף האט ער באוויזן זיך צו שטעלן אויף די פיס, אבער די שעפערישקייט פון שפארן וואס יענע תקופה האט אויף אים ארויפצוגעצוואונגען האבן אים איבערגעלאזט מיט א סך גוטע רעיונות און הנהגות מיט וואס ער איז פארבליבן אויף שפעטער. 

ס'איז אויך א טעות אינעם חשבון, ווייל "פרוטה פרוטה מצטרפות" איז א כלל גדול אינעם מציאות. להבדיל אין דער אקאדעמישער וועלט איז דער כלל באקאנט אלס cumulative effect, וואס ווערט אנגעווענדט אין נאך תחומים אין צוגאב צו פינאנץ, און דער געדאנק דערפון איז דער זעלבער: איין ביסל און נאך א ביסל מאכט צום סוף א פולער שיסל. דער כלל קען לכאורה פארקומען נישט שכל'דיג, ווייל מיר זענען נישט צוגעוואוינט צו טראכטן אויף אזא אופן. "נישט דאס וועט מאכן די זאך" איז גאנגבארער זאג, וואס ווערט אפטמאל גענוצט אין אזעלכע פאלן. ס'איז אבער א טעות: דאס וועט דווקא יא מאכן די זאך. א פינפער, נאך א פינפער, א דאלאר, א צענער – נאך שטיק צייט מאכט זיך דערפון א שטיקל סכום.

ס'איז נישט נאר דער עצם סומע געלט, נאר אויך דער געדאנקענגאנג וואס ליגט אונטער דעם. ווען א מענטש שטעלט זיך איין אזא מהלך, פון לעבן מיט א חשבון און יא מחשיב זיין יעדע פרוטה, העלפט עס אים שפארן געלט און מאכן א פאר דאלאר אין דער זייט. נאך א שטיק צייט לעבן אויף אזא אופן הייבט דער מענטש אויפאמאל אן באמערקן לעכער דורך וועלכע געלט גייט לאיבוד, און ער הייבט אליין אן כאפן וואו און ווי צו לעבן פראקטישער און סטאבילער. ס'איז א פאקט וואס רוב וואס האבן פרובירט וועלן פריער צי שפעטער באגעגענען.

אין א ווארט

*אפילו דער חשבון שטימט נישט, איז דער מענטש מחיוב צו מאכן השתדלות.

*מיט השתדלות מיינט מען וואס און וויפיל דער מענטש קען טאן, נישט וויפיל די פעולה בארירט דעם חשבון.

*במילא דארף מען לעבן אויסגערעכנט און אוועקלייגן יעדע איבעריגע פרוטה.

*און במציאות טרעפט דער מענטש נאך א שטיק צייט מיט א ניש'קשה'דיגן סכום געלט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל