אמאן – באריכטן אין אראבישע מידיא האבן נעכטן דערציילט, אז די רעגירונג אין ירדן גרייט זיך אין די קומענדיגע טעג צו אנולירן די ירדנ'ער בירגערשאפט פונעם פאלעסטינער פרעזידענט, מאכמוד אבאס, פאלעסטינער געשפרעכן פירער סאאב עראקאט און 28 אנדערע פאלעסטינער באאמטע. די פאלעסטינער פיגורן האבן באקומען ירדנ'ער בירגערשאפט מיט 10 יאר צוריק, אלס צייכן פון סאלידאריטעט פון ירדן פאר די פאלעסטינער, אבער למעשה זוכט יעצט ירדן א נייעם צוגאנג אין זייער שטעלונג אינעם פאלעסטינער-איזראעלי קאנפליקט, און אויך ווערט די אנוועזנהייט פון פאלעסטינער באטראכט אלס א געפאר פאר'ן עקזיסטענץ פון די האַשימיטישע קעניגרייך אין ירדן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל