אמווייניגסטנס 45 זענען אומגעקומען אין א דאפלטע זעלבסמארד אטאקע אין קאבול, די הויפטשטאט פון אפגאניסטאן, פארנט פון די הויפטקווארטירן פון די אפגאנער געהיים פאליציי, און נישט ווייט פון די הויפטקווארטירן פון נאט״א אין קאבול.

דער ערשטער זעלבסמערדער איז געקומען אויף א מאטארבייק און זיך אויפגעריסן פארנט פון די געביידע, און א קורצע צייט שפעטער איז געקומען נאך א זעלבסמערדער -פארשטעלט ווי א צייטונג שרייבער - און ער האט געצילט די רעטונג אגענטן און זשורנאליסטן וועלכע האבן זיך פארזאמלט אויפ׳ן פלאץ פון די אטאקע.

אייסיס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקע, דאס איז שוין די צווייטע מאסיווע אטאקע אין איין וואך, און אינאיינעם זענען שוין איבער 100 אומגעקומען און הונדערטער פארוואונדעט געווארן אין די כוואליע פון באנייטע אטאקעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל