פרעזידענט טראמפ האט פארלאנגט פון זיינע הויפט ראטגעבער און עקאנאמישע סטראטעגיסטן צו באטראכטן די מעגליכקייט פון צוריק אנשליסן די פאראייינגטע שטאטן אין די טראנס-פאסיפיק פארטענרשיפ האנדלס אפמאך,  פון וועלכע ער האט זיך ארויסגעצויגן קורץ נאכ׳ן ווערן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט.

אמעריקע האט זיך אנגעשלאסן אין די טי-פי-פי אלס א מיטל צו איינצוימען די איינפלוס פון כינע אין אזיע, דורך שליסן האנדלס אפמאך מיט אנדערע לענדער אין די געגנט, און אצינד ווען דער פרעזידענט גרייט זיך צו זיך נעמען קעגן כינע און אירע האנדלס שווינדל זוכט ער די קאאפעראציע פון אנדערע לענדער אין דעם ראיאן.

די נייעס קומט פון צוויי רעפובליקאנער סענאטארן וועלכע זאגן אז דער פרעזידענט האט זיי פערזענליך פארשפראכן אז ער זוכט צו צוריק אריינגיין אינעם אפמאך אלס א מיטל צו צייגן פאר כינע אז אמעריקע איז ערנסט מיט אירע פארלאנגען אז זי מוז איינפירן ערנסטע רעפארמען צו קענען אנגיין מיט פרייע האנדל מיט אמעריקע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל