די נייעס אז פאול רייען וועט נישט לויפן פאר ווידערערוויילונג האט באטראפן וואשינגטאן ווי א פאליטישע ערדציטערניש, און שטעלט אונטער א פראגע צייכן די אויבערהאנט וואס די רעפובליקאנער האבן יעצט אין ביידע לעגיסלאטיווע הייזער.

ער האט געמאלדן זיין באשלוס אין א פרעסע קאנפערענץ זאנגדיג אז ער איז אפטימיסטיש איבער די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי און אז זיין באשלוס נעמט זיך פון פריוואטע סיבות, הויפטזעכליך ווייל ער וויל האבן מער צייט צו זיין צוזאמען מיט זיין פאמיליע.

רייען דינט אצינד אויס זיין ערשטע טערמין אלס ספיקער פון קאנגרעס און פירער פון די רעפובליקאנער מאיאריטעט, ער זאגט אז ער שפירט אז ער האט דערגרייכט זיינע פאליטישע צילן, און אז ער האט אויסגעדינט זיין זיין פאליטישע קאריערע מיט סוקסעס.

די באשלוס פון רייען פאלגט נאך א רייע פראמינענטע רעפובליקאנער וועלכע האבן געמאלדן זייער רעזיגנאציע אדער זייער באשלוס נישט צו לויפן פאר א טערמין, אלעס אינאיינעם האלט עס ביי 39 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט, און פילע פאליטישע עקספערטן לייגן עס אן אויף דעם וואס זיי שפירן זיך אומבאקוועם מיט פרעזידענט טראמפ.

פרעזידענט טראמפ האט באגריסט דעם באשלוס פון רייען און געשריבן ״פאול רייען איז אויפריכטיגער גוטער מענטש, ער לאזט איבער א רעקארד פון דערגרייכונגען און אויפטוען וואס קיינער קען זיך דערויף נישט דינגען״.

דאס עפנט אויף נישט בלויז א פארמעסט אויף די קאנגרעס זיץ אין וויסקאנסין נאר אויך די פאזיציע פון ספיקער, און אצינד זענען די אויסזיכטן אז די פאזיציע וועט ערפולט ווערן דורך די מאיאריטעט פירער קעווין מ׳קארטי, אדער סטיוו סקאליע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל