דער באנייטער משפט קעגן דעם געוועזענעם קאנסיל ספיקער, שעלדאן סילווער, איז אפגעשטופט געווארן נאך דעם וואס א שליסל-עדות קעגן אים איז קראנק געווארן.

דער באשלוס איז געמאכט געווארן דורך דער ריכטערין וועלכע האט געזאלט אנפירן מיט דעם משפט, וואס איז פריער באשטימט געווארן אויף דעם אפריל 16.

קיין נייער דאטום איז דערווייל נאכנישט באשטימט געווארן, און וועט זיך ווענדן ווי שנעל דער עדות, ראבערט טאוב, וועט זיך דערהוילן.

סילווער איז אין 15' געפונען געווארן שולדיג אויף קארופציע קלאגעס און פאראורטיילט געווארן צו צוועלף יאר תפיסה.

אן אפעלאט געריכט האט אין יולי פון פאריגן יאר אנידערגעשטימט דעם אורטייל, און די סילווער-אדוואקאטן האבן דאן אריינגעגעבן א ביטע צום געריכט, אז די קלאגעס זאלן ארויסגעווארפן ווערן אנשטאט איבערמאכן א פרישן פראצעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל