טעקסאס – אויטאריטעטן אין סאן אנטאניא, טעקסאס האבן ווידער-"ארעסטירט" פיר באבונס וועלכע זענען אנטלאפן און זיך געוואלט באפרייען פון זייער "טורמע". דער מערקווירדיגער עפיזאד האט פאסירט ביים "סאוטוועסי נעשאנעל פריימעיט ריסוירטש צענטער", וועלכע פארמאגט ארום 2,900 באשעפענישן, פון וועלכע ארום עלף הונדערט זענען באבונס און ווערן גענוצט פאר סייענטיפישע פארשונגען, א שטייגער ווי אנטוויקלען מעדיצינען. עס איז נישט קלאר וויאזוי זיי האבן דאס באוויזן, אבער די פיר פארברעכערישע באבונס, וועלכע זענען שוין ווארשיינליך מיד געווען פון די פילע טעסטן וואס מ'פירט אויף זיי דורך, האבן זיך ארויסבאקומען צו דער פרייער גאס און האבן ארומשפאצירט א לענגערע צייט, איידער די באאמטע אינעם פארשונג צענטער האבן זיך געכאפט וואס דא גייט פאר. די סאן אנטאניא פאליציי איז אריינגעמישט געווארן, און נאך א קורצע צייט האט מען געטראפן די אנטלאפענע באבונס, און זיי צוריקגעברענגט צום צענטער.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל