וויסקאנסין – א מאסיווער אויפרייס ביי די "האסקי ענערדזשי" אויל רעפיינערי אין סופעריאר, וויסקאנסין, האט פארוואונדעט אמווייניגסטנס עלף מענטשן. דער אויפרייס האט פאסירט ווען א גרויסער טאנק, וואס האט אנטהאלטן אין זיך קרוד אויל, האט עקספלאדירט, און ארומיגע וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם אויפרייס האבן געזאגט, אז ס'האט זיך געהערט און געשפירט ווי א מאכטפולע באמבע, און ארומיגע געביידעס, געשעפטן, אפיסעס און רעסטוראנטן, האבן זיך שטארק געטרייסלט ווי ביי אן ערדציטערניש. דער אויפרייס און פייער האט געשאסן שווארצע דיקע רויך פאר עטליכע מייל ווייט, און פאליציי באאמטע און אנדערע אויטאריטעטן זענען אראפגעקומען צו דער סצענע, אויסצופארשן וואס עס האט געברענגט דעם אויפרייס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל