וואשינגטאן – דער סופרים קאורט ריכטער ניעל גורסאטש, וועמען טראמפ האט נאמינירט צום געריכט און אים טשאמפיאנירט אלס העלד פאר דער קאנסערוואטיווער באוועגונג, האט נעכטן זיך צוגעשטעלט צו די מער-ליבעראלע ריכטער אין א קעיס איבער פרעזידענט טראמפ'ס שטייפע אימיגראציע פאליסיס. דער קעיס האט זיך באצויגן איבער א געזעץ וועלכע לויטעט אז די רעגירונג מעג דעפארטירן לעגאלע אימיגראנטן צוריק צו זייערע היימלענדער, אויב זענען זיי באגאנגען "געוואלדטאטן-סארט קרימינאליטעטן" אדער "ערנסטע קרימינאליטעטן". פרא-אימיגראנטן גרופעס האבן גע'טענה'ט אז דאס געזעץ איז זייער לויז און אומקלאר איבער וואס ס'מיינט "געוואלדטאטן-סארט קרימינאליטעטן" און דעריבער קען עס נישט אינפארסירט ווערן. די ליבעראלע סופרים קאורט ריכטער, אינאיינעם מיט גורסאטש, האבן געגעבן גערעכט פאר די פרא-אימיגראנטן גרופעס, דערלאנגענדיג א דורכפאל פאר טראמפ, וועלכער האט געוואלט נוצן דאס געזעץ צו אינפארסירן שטייפערע אימיגראציע פאליסיס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל