וואשינגטאן – די ווייסע הויז ווארטזאגערין סערע סענדערס האט נעכטן געזאגט, אז פרעזידענט טראמפ איז זייער נישט צעפרידן פונעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, און האלט אז מוללער "איז געגאנגען צו ווייט" מיט'ן באשטעטיגן אן איבערפאל אויף די אפיסעס פון טראמפ'ס פערזענליכן לויער מייקל קאהן. סענדערס' קאמענטארן זענען געקומען נאכדעם וואס טראמפ האט מאנטאג געזאגט אז ער קלערט ערנסט אויפצוזאגן מוללער, אלס רעזולטאט פונעם איבערפאל אויף קאהן, און נעכטן האט די מידיא באזונדער באריכטעט, אז דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין, וועמען טראמפ האט טאקע גענומען פאר די פאזיציע אבער ער ברויזט אויף אים שוין עטליכע מאנאטן, האט פערזענליך געגעבן באשטעטיגונג פאר די עף-בי-איי דורכצופירן דעם איבערפאל.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל