אידישע וועטער באריכט


נאך א שטארק-נאסע 24 שעה, מיט אפיציעלע אמאונטס אין סענטרעל פארק פון 3.29 אינטשעס - וואס דאס איז די גרעסטע רעגן אין 4 יאהר, איז געווארען מערסטענס זוניג אין רוב פלעצער, און עס הייבט זיך אן אויסצוטרוקענען. (אפסטעיט האט אויך געזעהן פון ארום 2.5 אינטשעס ארום מאנרא, צו כמעט 4 אינטשעס ארום מאנסי.)

יעצט אז דער שטורם גייט אדורך, וועט ווערן קיהלער און בלייבען ווינטיג, מיט קליינע מעגליכקייטן פאר עטליכע רעגן שויערס אין טייל פלעצער פון צייט צו צייט, ביז דינסטאג נאכמיטאג.

מיטוואך זעהט אויס שענער, מיט מער זון און מילדערע וועטער. דאנערשטאג קומט די קומענדיגע מעגליכקייט פאר רעגן, אבער דערנאך זעהט אויס שיין מערסטענס זוניג אבער קיהל ביז נעקסטע מאנטאג.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט🌧?💨40
דינסטאג -🌦?💨50
נאכט-☁️💨38
מיטוואך-🌤58
דאנערשטאג-🌧55
פרייטאג -🌤55
שבת-🌤56
זונטאג-🌤58
מאנטאג-🌤58

לעיקוואוד
היינט נאכט🌧?💨37
דינסטאג -🌦?💨53
נאכט-☁️💨35
מיטוואך-🌤60
דאנערשטאג-🌧60
פרייטאג -🌤55
שבת-🌤58
זונטאג-🌤58
מאנטאג-🌤58

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט🌧💨36
דינסטאג -🌦?💨46
נאכט-☁️💨32
מיטוואך-🌤56
דאנערשטאג-🌧50
פרייטאג -🌤49
שבת-🌤52
זונטאג-🌤55
מאנטאג-🌤58

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט🌧💨36
דינסטאג -🌧💨38
נאכט-🌧?💨35
מיטוואך-🌧48
דאנערשטאג-🌧44
פרייטאג -🌧?45
שבת-🌤52
זונטאג-🌤57




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל