דורך לוי מאיער

די אמעריקאנער מיליטער, מיט די הילף פון פראנקרייך און ענגלאנד, האבן באמבאדירט דריי צילן אין סיריע, מיט איבער 100 מיסילס, אלס ענטפער צו די אומדערמארעמדיגע אטאקע אויף ציווילע סירישע איינוואוינער מיט כעמישע וואפן. די אטאקע איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם פרייטיג צונאכטס.

פרעזידענט טראמפ האט זיך שפעטער אוסגעדרוקט אז "מהאט עררייכט די מיסיע". ווי אויך האט די אמעריקאנער אמבעסאדער צו די יונייטעד נעישאנס ניקי העילי געלאזט הערן היינט ביי אן עמערדזשענסי סעקיוריטי קאנסול מיטונג, אז זי האט גערעדט מיט טראמפ, און ער האט געזאגט אז "אמעריקא איז אָנגעלאָדענט מיט גענוג וואפן, אויב סיריע מאכט נאך א כעמישע אטאקע".


בילד

אויסשליסליכע באריכט צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)

בילדער

בילד
א קלארען בילד וויאזוי איינע פון די מיסעלס פליען ארויס

בילד
נאך א קלארען בילד וויאזוי איינע פון די מיסעלס פליען ארויס

בילד
נאכווייען פון די אטאקע

בילד
שרעקליכע חרבנות אין סיריע נאך די אטאקע

ווידיאס

אמעריקע פירט לופט-אטאקע קעגן סיריע


טראמפ שיקט מיליטער אטאקירן סיריע, און קריטיקירט רוסלאנד און איראן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל